די פאַראייניגטע שטאַטן האט אנגעקלאגט וויקיליעקס גרינדער דזשוליאַן אַסאַנדזש מיט איין קלאגע פון קאָנספּיראַציע צו העק'ן אַ קאָמפּיוטער, פאר זיין ראָלע אין די 2010 פאַרשפּרייטונג פון אמעריקאַנער געהיימע דאָקומענטן. די איינע קלאגע, קאָנספּיראַציע זיך איינצוברעכן אין א קאָמפּיוטער, שטאַמט פון וואָס פּראָקוראָרן זאגן איז געווען זיין אייינגיין איינצוברעכן אין אַ קלאַסיפיצירטע קאָמפּיוטער וואס האט געהערט פאר די אַמעריקאַנער פעדעראַלע רעגירונג. עס איז נישט אַ שפּיאָנאַזש קלאגע, כאָטש וואס די פעדעראַלע רעגירונג האט ערנסט באטראכט די אָפּציע כאָטש ביז פאָריגע יאָר.
דער 47 יעהריגער אַסאַנדזש האט געוואוינט אין דער עקוואַדאַרער אַמבאַסאַדע אין לאָנדאָן זינט 2012. בריטישע אויטאָריטעט האבן אים ארעסטירט נאָכדעם וואס ער איז ארויסגעצווינגען געווארן דורך די עקוואַדאַרער. די מעטראָפּאָלישע פּאָליציי האט געזאגט אַז אַסאַנדזש ווערט פארהאלטן, טיילווייז אין פארבינדונג מיט אַ אויסליפערונג וואָרענט פארלאנגט דורך די אויטאריטעטן אין די פאַראייניגטע שטאַטן. אַסאַנדזש, געבוירן אין אויסטראַליע, ווערט שוין געזוכט דורך די אַמעריקאַנער רעגירונג זינט זיין ארויסגעבן א ריזיגע שטויס מיט געהיימע דאָקומענטן און ווידיאָס איבער די מלחמות אין אַפגאַניסטאַן און אין איראַק, און געהיימע קעיבלס געשיקט צווישן דיפּלאָמאַטן.
הוסף רשומת תגובה