א נייע אויסשטעלונג אין עטלעכע פליגלען פון די ברוקלין פּובליק לייברערי ברענגט צום באוואוסטזיין די ווייניג-באַקאַנטע צווייטע וועלט מלחמה אימיגראציע פון אידן פון אייראָפּע צו שאַנכיי קיין ברוקלין. "דזשואיש רעפיודזשיס אין שאַנגהאַי" - איצט אויף אויסשטעל אין די סענטראַל לייברערי, און עפנט זיך אין די קענזינגטאָן צווייג אום אפריל 20 (אין צייט פון חול המועד) - שיינט א ליכט אויף אַ פארזעהנע טייל פון דער פאַרגאַנגענהייט. די אויסשטעלונג באנוצט זיך מיט ווערטער און בילדער צו דערציילן די געשיכטע פון מער פון 20,000 אידן וואס זענען אַנטלאפן צו די כינעזישע שטאָט - פון די איינציגסטע ערטער וואס מען האט געקענט אָנקומען אָהן קיין וויזע - אין די 1930'ס און 40'ס צו אַנטלויפן פון די פאַרשאָלטענע נאַצי רעזשים, און דער קלענערער גרופּע פון בערך 150 מענטשן וואס זענען אָנגעקומען אין ברוקלין נאָכדעם וואס די קריג האט זיך געענדיגט אין 1945.

טייל פון די אַויסשטעל איז פארלייגט אויף די עלטערן און אור-עלטערן פון פלעטבוש איינוואוינער בנימין חאַנאָוויטש, וועמענס פאטער, צוויי פעטערס, און מומע זענען אַנטלאָפן פון די היינטיגע בעלאַרוס קיין  שאַנכיי אַרום 1940. די גרופּע האט דאָרט פאַרוויילט ארום פיר יאר, האט חאַנאָוויטש דערציילט.

שאַנכיי איז די מערסטע באפעלקערטע שטאט אין כינע, און איינע פון די גרעסטע מעטראפאליטאנע שטחים אין דער וועלט, היינט מיט העכער פון 20 מיליאן מענטשן. שאַנכיי געפינט זיך אויף כינע'ס מזרח בארטן ביים מויל פונעם יאנגצע טייך. דער וועלט בארימטער מירער ישיבה האט זיך דארטן אויפגעהאלטן אין פארלויף פון דער צווייטער וועלט מלחמה יארן, ווען די וועלט האט געפלאקערט, און אזוי ארום זענען זיי געראַטעוועט געווארן פון טויט. די אידישע און כינעזישע איינוואוינער פון שאַנכיי האבן - אין אלגעמיין - געוואוינט זייט ביי זייט אין פרידן, אָבער די יאַפּאַנעזער אויטאריטעטן וואס האבן איינגענומען די שטאָט האט געצווינגן די אידן זיך צונויפצוקוועטשן אין אַ געטאָ, פירענדיג פאר די אידן צו זוכן א בעסערע וואוינאָרט פאַר נאָכ'ן קריג.

נאכ'ן קריג, זענען זיי גרופעווייז זיך ארויסגעלאזט קיין אמעריקע. איינמאל זיי זענען אנגעקומען אין די פרייע לאנד, האבן זיי זיך מערסטענס באזעצט איבער פארשידענע ברוקלינער געגנטער, אריינגערעכנט באָראָ פּאַרק, קענזינגטאָן, וויליאַמסבורג, מידוואָוד, און שיפּשיעד בעי.

זעהט פונקטליכע צייטן און ערטער פון אויסשטעלונג



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל