ביטקוין האט זיך אויפגעריסן צו איר העכסטן שטאַפּל אין כמעט פינף חדשים היינט דינסטאג, ארויפברענגענדיג די ווערד אפילו פון די קלענערע קריפּטאָ-מטבעות. אַנאַליסטן זאגן אז דאס איז געקומען נאך א ריזיגע באשטעל דורך אַן אנאנימען קויפער וואס האט געברענגט אַ אנלויפעניש פון קאָמפּיוטער-געטריבענע האנדל.

די אָריגינעלע און גרעסטע קריפּטאָקורענסי האט אַרויפגעשאסן מיט צוואנציג פראצענט אין אַזיאַנער האנדל, גרייכענדיג די $5,000 מארקע צום ערשטן מאָל זינט נאוועמבער. אין שפּעטע צופרי האנדל, האָט זי זיך אויסגעגליכן צו אַרום $4,700, נאָכאלץ א פופצן פּראָצענטיגע פארדינסט אין איר גרעסטע איין-טאָגיגע געווינס זינט אפריל לעצטע יאָר.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל