דער וויקיליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש האט נאכאנאנד פארלעצט די טערמינען פון זיין שוץ דיעל מיט דער עקוואדאר רעגירונג, און האט פרובירט צו נוצן די עקוואדאר אמבאסאדע אין לאנדאן אלס א צענטער פאר זיינע שפיאנאזש אקטיוויטעטן. די באשולדיגונגען זענען נעכטן ארויסגעשטעלט געווארן דורכ'ן עקוואדאר פרעזידענט לענין מוראנא, וועלכער האט אין א לענגערע אינטערוויו אדרעסירט פארוואס ער האט באשלאסן אפצוהאקן דעם שוץ דיעל און האט ערלויבט די לאנדאנער פאליציי אריינצוקומען אין דער אמבאסאדע און ארעסטירן אסאנדזש.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל