די וואלקענס זענען דא, און א שטורם איז אויפן וועג אריין היינט אווענט. די וועטער מאדעלן זענען געבליבן מער-ווייניגער די זעלבע, מיט די גרעסטע שניי שטורם פון די שוואכע ווינטער מעגליך היינט נאכט. עס איז נישט זייער קאלט יעצט, אבער עס זעהט אויס אז ווען די שווערערע רעגן/שניי קומט אָן, וועט עס אראפשלעפן די טעמפּעראַטורן און ברענגען שווערע שניי פאר א שיינע פאר שעה איבערנאכט. אפסטעיט ארום מאנסי און אראפצו ביז ארום די וואשינגטאן בריק, וועט מסתם זעהן די העכסטע אמאונטס, מיט 8 אינטשעס אדער מער מעגליך. ווי מען גייט סאוט און איבט נענטער צו די שטורם און די וואסער - ווי ברוקלין און סטעטען איילענד - קען זעהן אביסל לייכטערע אמאונטס, מיט רעגן / אייז מער געמישט - כאטש און אנהויב. למעשה זעהט נאך אלץ אויס ווי אן אויבערפלעכליכע 4-8 אינטשעס, מיט מעגליך 10 ערגעץ אפסטעיט ביים ענדע שטורם.

די שניי וואס פאלט איבערנאכט וועט זיין נאס און סלאשי, נישט קיין טרוקענע. די שניי איז - דעריבער - מערסטענס ביי די פרימארגן שעות מאנטאג. עס ווערט טייל זוניג נאכמיטאג, און עס איז א גוטע עצה אפצוריינייגען די שניי וואס שנעלער מארגן, מיט די מילדערע נאכמיטאג וועטער. מארגן נאכט קומט אריין א שטארק קאלטע לופט מאסע, און בלייבט מיט אונז דורכאויס די וואך, אבער באגלייט מיט טרוקענע און ווינטיגע וועטער. די קומענדיגע מעגליכקייט פאר רעגן אדער שניי קומט אן מוצאי שבת אדער זונטאג.


ניו יארק סיטי
📌4-8 אינטשעס מעגליך📌
היינט נאכט-🌧⬅️❄️32
מאנטאג-🌨?◀️🌤38
צונאכט-🌛💨22
דינסטאג-🌤32
מיטוואך-🌤27
דאנערשטאג-🌤30
פרייטאג-🌤38
שבת-🌤40
זונטאג-🌨?🌧40

לעיקוואוד
📌3-6 אינטשעס מעגליך📌
היינט נאכט-🌧⬅️❄️32
מאנטאג-🌨?◀️🌤40
צונאכט-🌛💨20
דינסטאג-🌤35
מיטוואך-🌤29
דאנערשטאג-🌤32
פרייטאג-🌤38
שבת-🌤42
זונטאג -🌧?44

מאנסי און קרית יואל
📌4-8 אינטשעס מעגליך📌
היינט נאכט-❄️28
מאנטאג-🌨?◀️🌤35
צונאכט-🌛💨14
דינסטאג-🌤28
מיטוואך-🌤23
דאנערשטאג-🌤26
פרייטאג-🌤32
שבת-🌤38
זונטאג-🌨◀️🌧?38




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

שניי מאַפּע
שניי מאַפּע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל