א פרישע אינצידענט האט פאסירט צווישן די ען.וויי.פי.די. טאָוינג דעפארטמענט אין די אידישע קאמיוניטי, ווען זיי האבן אוועקגעשלעפט א הצלה קאר מיט אנגעצונדענע לעמפלען ווען די וואלונטיר האט געענטפערט א עמורדזשענסי רוף, צוליב א דאבעל פארקינג פארלעצונג.

א ווידיא שפרייזט ארום אין די סאשעל מידיא נעצן, ווי מען זעהט אז א ען.וויי.פי.די. שלעפער טראק האט אויפגעהויבן די קאר פון א וועסט סייט הצלה וואלונטיר. ווען דער וואלונטיר איז אראפגעקומען פון די הויז, ווי ער האט - אומבאצאהלטערהייט - געהאלפן ראטעווען דאס לעבן פון א אידישע פאציענט, האט ער געטראפן זיין קאר שוין אויפגעהויבן דורכ'ן טראק, און האט זיך איינגעבעטן ביי די אפיציר אז ער זאל אים ביטע נאכלאזן, ווי עס איז איינגעפירט אלס רעספעקט צו נישט באשטראפן קיין טראפיק פארלעצונגען דורך עמורדזשענסי באאמטע, אבער זיינע רייד זענען געפאלן אויף טויבע אויערן.

אינדערצווישן האבן זיך צונויפגעזאמלט אנדערע וואלונטירן און א הצלה קאארדינעיטאר, און האבן בלאקירט דעם שלעפער טראק פון אנטלויפן ביז מען קומט צו א פארשטענדעניש. די פאליציי האט געשיקט א סופערוויייזער, וואס האט - נאך א קורצע געשפרעך מיט די צוויי זיייטן - געזאגט אז דער טראק זאל אוועקפירן די וואלונטיר'ס קאר. די הצלה קארס וואס האבן בלאקירט האבן גלייך פריי געמאכט די וועג, און די טראק איז אפגעפארן מיט די אידישע קאר.

נאך די אריינמישונג פון עסקנים איז די קאר פריי געלאזט געווארן, און אפגעשפראכן די $115 געלד שטראף.



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל