קוועלער וועלכע זענען פארמישט אין די אנגייענדע האנדלס געשפרעכן צווישן אמעריקע און כינע זאגן אז פרעזידענט טראמפ האט אפגעווארפן א כינעזער אנבאט צו קויפן אמעריקאנער פראדוקטן אין די ווערט פון 1.2 טריליאן דאלער אין די קומענדיגע זעקס יאר, און פארלאנג עס צו פארדאפלן אדער פארטריפלן אויף צו גיין ווייטער מיט די פארהאנדלונגען. דאס קומט נאכדעם וואס ציפערן פונעם אמעריקאנער קאמערס ביורא האבן געצייגט אז דער האנדלס דעפעציט צווישן אמעריקע און כינע איז דראסטיש געשטיגן טראץ די פרואוון עס צו איינצוימען מיט טאריפן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה