פלארידע - טראנספארטאציע אויטאריטעטן פארשן אויס א אינצידענט אין וועלכע א פופציג יעהריגער מאן איז אומגעקומען פרייטאג דורך א צוזאמשטויס צווישן זיין טעסלא (מאדעל "עקס") און א קאמערציאלע לאסט-אויטא. דאס קומט אין די צייט וואס עס איז פארהאן אן אנגייענדיגע אויספארשונג, איבער די טעסלא אויטאס צי איר דרייוולאזע סיסטעם איז גענוג פארזיכערט, נאכדעם וואס אין די פארגאנגענע יאר איז פארגעקומען אסאך פאטאלע צוזאמשטויסן מיט טעסלא'ס.

עס איז נאך אלס נישט זיכער צו די אויטא איז אין די צייט פון די צוזאמשטויס געווען אנגעשטעלט אויף אויטא-פיילאט (דרייוולאז), אדער איז געפירט געווארן דורך דעם שוין-אומגעקומענער דזשערעמי בערען בענער.


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל