רומעניע וועט אריבערפירן איר אַמבאַסאַדע קיין ירושלים, האט דער פּרעמיער מיניסטער פון רומעניע וויאַריקע דאַנסילע געמאלדן זונטאג ביי די עיפעק פּאָליטישע קאָנפערענץ אין וואשינגטאן די.סי. "איך אלס דער פּרעמיער מיניסטער פון רומעניע, און די רעגירונג איך פיר, וועט אריבערפירן אונזער אַמבאַסאַדע צו ירושלים. אונזער שטיצע פון די לאנד מדינת ישראל און די אידישע געמיינדע איז אנגייענד", האט דאַנסילע געזאגט.


באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל