א פאטער און זיין זוהן זענען צושלאגן און ערנסט פארוואונדעט געווארן אין אַ אנפאל היינט דריי נאכמיטאג אין נואַרק, ניו דזשערסי. די אטאקע איז פארגעקומען אויף פרימען סטריט נעבן פלעמינג סטריט. ר' שמעון ישראל קליין און זיין זוהן ר' יואל זענען געווען ביי די ארבעט, ווען איינברעכערס האבן זיי שטארק צושלאגן. זיי זענען אריינגעפירט געווארן צו די אוניווערסיטעט שפיטאל, וואו ר' שמעון ישראל איז אין א קריטישע צושטאנד מיט א ערנסטע וואונד אויפ'ן קאפ, און ר' יואל איז אין א ערנסטע אבער סטאבילע צושטאנד.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל