היינט מוצש"ק, בערך 10 אזייגער, איז נפטר געווארן הגאון הגדול רבי משה יהודה לייב לאנדא זצוק"ל אין די לאניאדו שפיטאל אין נתניה. די לויה איז ארויסגעגאנגען היינט נאכט פון נתניה, קיין בני ברק, און מארגן אינדערפרי וועט דאס ארויסגיין פון זיין ביהמ"ד אין בני ברק, קיין הר הזתים אין ירושלים.

דער רב זצ"ל איז געוועהן ממשיך דרכו אלס גאב"ד בני ברק במשך מער פון 30 יאהר, פון אביו הגדול הגה"ח זקן הרבנים רבי יעקב לאנדא זצ"ל, וואס איז געוועהן דער בני ברק'ער רב זינט תש"ט. הגר"י לנדא זצ"ל, איז נאך געוועהן דער רב פון די ליובאוויטש'ער הויף ביים רבי'ן מהרש"ב זצוק"ל, און האט מיטגעברענגט אסאך מסורות פון דארט, וואס די באקאנטע איז די מקוה חב"ד וואס דער מהרש"ב האט איהם געהייסן ווי אזוי צו מאכן דאס מקוה. הגר"י לנדא זצ"ל איז געוועהן באקאנט אלס תקיף און שטרענגער, און אוועקגעשטעלט די בני ברק'ער מהודר'דיגע כשרות.

הגר"י לנדא איז אוועק כ"ו שבט תשמ"ו, און בו ביום - לפי צוואתו - איז אפגענומען געווארן זיין זוהן הגאון רבי משה זצ"ל, וואס בנערותו האט געלערנט אין פאנעווז'ער ישיבה אין בני ברק, און שפעטער אין ליובאוויטש'ער ישיבה אין די שטאט לוד. הגרמי"ל לאנדא זצ"ל איז געוועהן אלט 84 יאהר, געבוירן געווארן תמוז תרצ"ה אין די שטאט רמתיים (היינטיגע רמת השרון געגענט), וואו זיין טאטע האט דאן געדינט אלס רב. הגרמי"ל לנדא, איז געוועהן א איידעם ביי הרב דייטש אין לאנדאן, מצאצאי החת"ס.


באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל