די מדינת ישראל מיליטער האט היינט געמאלדן, אַז זי האט אַנדעקט אַ כיזבאַלע טעראָר צעל אנגעפירט דורך אַ וועטעראַן לבנון טעראָריסט געזוכט דורך די אמעריקע. די טעראָריסטן זענען געפונען געווארן אין די גולן הויכן אין אַ קליין סירישע דאָרף, קוים אַריבער די גרעניץ מיט מדינת ישראל, פון וואו זיי האבן געזאמעלט שפּיאָנאַזש אינפאָרמאַציע קעגן מדינת ישראל ציהלן. די איי.די.עף. זאָגט, אז דער צעל ווערט אָנגעפירט דורך די לבנון טעראָריסט אַלי מוסאַ דאַקדוק, וואָס ווערט געזוכט דורך אַמעריקע פאַר די מאָרד פון פינף זעלנער אין איראַק. דאַקדוק, אַ סיניאָר כיזבאַלע פירער, איז געכאַפט געווארן דורך אַמעריקאַנער טרופּן אין באַסראַ, איראַק אין 2007. די איראַקער געריכט האט אים שפּעטער געפונען אומשולדיג און אים באפרייט פון טורמע, טראָץ די זאָרגן פון אַמעריקע און מדינת ישראל אַז דאַקדוק איז אַ געפערליכע מיליטאַנט.

צה"ל'ס היינטיגע אויסשטעלן פון די דאַקדוק-געפירט טעראָריסטישע צעל אויף סאָשעל מידיא, צייכנט אָפּ אַ דראַמאַטישע אָפּנויגונג פון די וועג וויאזוי מדינת ישראל האָט פּרובירט - ביז יעצט - צו האַנדלען מיט די וואַקסענדע געפאַר אויף איר צפון גרעניץ. מדינת ישראל האַלט זיך געווענליך צוריק פון קאַמענטירן אויף אירע מיליטערישע אַקטיוויטעטן קעגן איראַן אין סיריע, זוכענדיג ענדערש צו האַנדלען שטיל, אונטער די קוליסן. מיט פאָרזיכטיגע צוויידייטיגקייט, האָט צה"ל געווענליך נישט באַשטעטיגט און אויך נישט אָפּגעלייקנט אַטאַקעס איבער אירע גרעניצן. דאס מעלדענדיג די כיזבאַלע טעראָר צעל אויף די סאָציאַלע מידיא פאַר יעדעם, דינט קלאָר ווי אַ וועג צו שיקן אַ אָפענע וואָרענונג צו סירישע און איראַנער פאַרבינדעטע, און אויך צו ברענגן אויפמערקזאַמקייט איבער די וועלט צו די ריזיקעס וואָס מדינת ישראל שטייט אויס.



באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל