האקנקרייצן און אַנטיסעמיטישע לאזונגען זענען אנגעפירקלט געוווארן אויף כאטש 30 מצבות ביי אַ אידישע בית החיים אין דרום מאַסאַטשוסעטס. די גראַפיטי וואַנדאַליזם אין די היברו סעמעטערי אין פאָל ריווער, געשריבן מיט א שוואַרצע מאַרקער, לייענט זיך "הייל היטלער", "היטלער איז געווען גערעכט", און "אוי וויי, דאָס איז מאַגאַ לאנד". מאַגאַ באציהט זיך צו די סלאוגן פון פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ'ס 2016 פּרעזידענטליכע קאמפיין, וואס באדייט מאך אַמעריקע ווידער גרויס.

די גראַפיטי איז באמערקט געווארן זונטאג, נאָכדעם וואס א פּאָליציי אָפיציר האט באזוכט די בית החיים, ענטפערנדיג אַ באַריכט אַז א פארדעכטיגטע קאר דרייט זיך דארט שוין צוויי טעג, די קאר איז שוין נישט דארט געווען ווען די פּאָליציי איז ערשט אנגעקומען זונטאג נאָכמיטאָג. די פּאָליציי אין פאָל ריווער פאָרשן דעם אינצידענט.







באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל