א פארשוין פון ליטא האט זיך דערקלערט שולדיג פאריגע וואָך צו באשווינדלען גוגל און פעיסבוק מיט מער ווי 100 מיליאָן דאלער אין אַן ברייטפארצווייגטע שוונדל וואס האט אריינגערעכנט אַ פאלשע פירמע, פאלשע אימעילס און פאלשע אינוואָוסעס.
אין אַ אינדייטמענט פון דער יו.עס. אַטוירני פאַר די סאָוטערן דיסטריקט פון ניו יארק לעצטע וואָך, האט די יוסטיץ דעפּאַרטמענט באשולדיגט אז עוואַלדאַס רימאַסאַוסקעס און אנדערע מיטארבעטער האבן זיך פאלש אהערגעשטעלט אלס די טייוואַן-באזירטע הארדווער פאַבריקאַנט קוואַנטאַ קאמפיוטער - מיט וועמען ביידע טעכנאלאגיע פירמעס טוען געשעפטן - דורכ'ן אויפשטעלן אַ פירמע אין לאַטוויאַ מיט די זעלבע נאָמען. נוצענדיג צאהללאזע געפעלשטע אינוואָוסעס, קאַנטראַקטן, בריוון, קאָרפּאָראַציע שטעמפּלס, און אַלגעמיינע צעמישענישן געשאפן דורך די פירמע נאָכמאַכערס, האבן זיי מצליח געווען אָפּצו'נער'ן גוגל און פעיסבוק צו באצאהלן צענדליגע מיליאָנען דאָלער אין פאלשע בילס פון 2013 ביז 2013.

די באצאהלונגען זענען גע'וויייע'ט געווארן צו בענק אַקאַונטס קאַנטראָלירט דורך רימאַסאַוסקעס, וואָס האט דאס דאן גלייך אריבערגעפירט צו עטליכע אנדערע בענק אַקאַונטס איבער לאַטוויע, ציפערן, סלאָוואַקיי, ליטע, אונגארן און האָנג קאָנג.
דער פופציג יעהריגער, וואָס איז אויסגעליפערט געווארן קיין ניו יארק אין 2017, האט זיך דערקלערט שולדיג צו איין קלאגע פון ווייער שווינדל, און איז איינגעגאנגען א 49.7 מיליאָן דאלער'דיגע שטראף. ער קען אויסשטיין ביז 30 יאר אין טורמע ווען ער ווערט פאראורטיילט אום 24 יולי.
הוסף רשומת תגובה