א פליגער קראַך אין צענטראלע קאָלאָמביע שב"ק צופרי האט גע'הרג'עט 14 מענטשן, האבן באאמטע געזאגט. אויטאריטעטן מיט די קאָלאָמביאנער ציווילע עראָנאַטיקס האבן געזאגט אַז אַ די-סי-3 עירקרעפט אויפ'ן וועג קיין ווילאַוויסענסיאָ, אין דעם צענטער פועם לאנד, האט ארויסגעשיקט אַ עמורדזשענסי רוף בערך 10:40 צופרי. די פליגער, אַפּערירט דורך לעיזער עיר סערוויס, האט געקראכט אין דער געגנט פון זיין דעסטינאציע נאָכ'ן זיך הייבן פון סאַן האָסע דעל גואַוויאַר. באאמטע האבן באשטעטיגט אַז אַלע 14 מענטשן, אַריינגערעכנט די פּילאָט, זענען אומגעקומען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל