א מיידל אויף אַ פעריס-ראָד (גלגל ענק) ווערט געהערט שרייען איינמאל און נאכאמאל "עס גייט קראַכן", ווען זי האט געזעהן אַ קליינטישקע פליגער וואָס האט דאן אריינגעזעצט אין דעם רייד אויף די ניו סאוט וועילס ברעג אין 2011.

אַמבער קריסטין אַרענדעל איז דעמאלטס אלט געווען דרייצן יאהר, און זי האט פילמירט זיך און איר יונגער ברודער דזשעסי ביי די "אָלד באַר ביעטש" פעסטיוואַל, ווען פּאָול קלעירענדאָן קאַקס האט אריינגעקראכט מיט זיין טשיטאַ סיעראַ 200 פליגער אין די 20 מעטער הויך פעריס-ראָד. "אָה קוק, דזשעסי, אַ פליגער... מיר גיין זעהן אַ פליגער. אוי באשעפער, עס גייט קראַכן, עס גייט קראַכן, עס גייט קראַכן. אוי באשעפער", ווערט זי געהערט שרייען מיט פאניק אין די ווידיא, וואָס איז געוויזן געווארן אין די געריכט הויז מאנטאג. א דינערדיגע זעץ האט דאן נאכגעפאלגט.

דער יונגל קען געהערט ווערן שרייען פאַר זיין מוטער, און פרעגן "מיר גייען פאַלן?" ווען זיין שוועסטער פארזוכערט אים אים, אָבער בעט זיך צו די מענטשן פון אונטן "ביטע, לאָזט אונז אַראָפּ". דער איצט-21-יעהריגער זאגט אז זי ליידט היינט פסיכאלאגישן פראבלעמען, און זי קלאגט דעם פילאט און אויך די לאקאלע סיטי קאָונסיל, טענה'נדיג אז עס איז געווען פארנאכלעסיגקייטן פון זייער זייט אויך.





באריכט פון שמחה דאסקאל צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל