פילע אמעריקאנער און קאַנאַדער וועלן האָבן אַ גרויסע געלעגנהייט צו זעהן די צפונ'דיגע ליכטן פרייטאג צונאַכטס און שבת צופרי. א סאלאר פלעיר וואָס האט אויסגעבראכן מערץ 20 וועט באטרעפן אונזער ערד-קיגל איז דעם קומענדיגע פרייטאג צונאַכטס, ברענגענדיג די נאַציאַנאַלע אָושיאַניק און אַטמאָספעריק אַדמיניסטראַציע אַרויסצוגעבן אַ דזשי-2 אלערט, אָדער מעסיגע געאָ-שטורם אלערט.

די בליץ-ליכט וועט זיך ארומבייגן אַרום די ערד'ס נאַטירליכע מאַגנעטישע פעלד, און אנקלאפן אין די קוטבים ביי די ענדעס פון דעם פּלאַנעט. עס איז נישט ערווארטעט קיין ערנסטע שאדענס אויסער באגרעניצטע קורצשלוסן פון עטליכע הויך-פריקונסי ראַדיאָ סיגנאַלן און נאַוויגאַציע סיגנאַלן.

די גוטע נייעס איז אז די זון-פלעירס וועט געבן פילע אמעריקאנער און קאַנאַדער אַ געלעגנהייט צו זעהן די אַוראָראַ באָרעאַליס (זוהר הקוטב). די אַוראָראַ פאָראויסזאָג פון די אוניווערסיטעט פון אַלאַסקאַ פעירבענקס געאָפיסיקאַל אינסטיטוט זאגט די צפונ'דיגע ליכטן קען זיין קענטיג הויך אַיבער קאַנאַדע, ווי אויך טיילן פון מינעסאָטע, צפון דעקאטע, מאָנטענאַ, מישיגען, מעין, ניו יארק, ווערמאָנט, און ניו העמפּשער.


© די אידישע וועטער באריכט דורך אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ | אימעיל)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל