סענאט מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל האט געזאגט אז רעפובליקאנער געזעצגעבער זוכן צו טוישן דעם געזעץ וועלכע גיבט ברייטע רעכטן פאר׳ן פרעזידענט אין פאל וואס ער דערקלערט אן עמורדזשענסי און עס ערלויבט אים צו אויסצוקרויזן דעם פראצעדור פון קריגן באשטעטיגונג פון קאנגרעס, א געזעץ וואס פרעזידענט טראמפ האט גענוצט צו פינאנצירן זיין גרעניץ וואנט טראץ קעגנערשאפט פון קאנגרעס. דער געזעץ וועט געבן פאר קאנגרעס דרייסיג טאג צו באשטעטיגן א נאציאנאלע עמורדזשענסי, און אויב דאס ווערט נישט באשטעטיגט, לויפט דאס אויטאמאטיש אפ. דער געזעץ וועט נישט אפעקטירן דעם יעצטיגן עמורדזשענסי דעקלעראציע, וואס איז שוין אין קראפט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל