דער הויפט גענעראל פונעם אלדזשיריער מיליטער האט זיך היינט געשטעלט פארנט פון די קאמערעס און דערקלערט אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע אז די מיליטער פארלאנגט אז דער לאנגיעריגער פרעזידענט אבדעלאזיז בוטעפליקע זאל זאפארט פארלאזן דעם אמט, נאך וואכן פון שטורמישע פראטעסטן איבער׳ן גאנצן לאנד. ״מיר מוזן ענדיגן דעם קריזיס, אויף א געזעצליכע פארנעם״ האט דער גענעראל דערקלערט, און דערמיט געענדיגט די שטארקע מיליטערישע שטיצע פאר׳ן 82 יעהריגער פרעזידענט וועלכער געוועלטיגט שוין אין לאנד מיט אן אייזערנעם פויסט פאר איבער צוואנציג יאר, טראץ וואס ער איז פיזיש באגרעניצט זינט ער איז אריבער א בלוט שטורץ מיט אכט יאר צוריק.

באלד נאך די דעקלעראציע פונעם גענעראל האט דער פארליאמענט זיך צונויפגעקומען, און זיי זענען ערווארטעט צו איבערשרייבן דעם קאנסיטוציע פון לאנד, און שטעלן א צייטווייליגער פרעזידענט ביז עס ווערן אפגעהאלטן פרישע וואלן.

פרעזידענט אבדעלאזיז בוטעפליקע
פרעזידענט אבדעלאזיז בוטעפליקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל