עס איז קאלט און עס קומט צוויי מעגליכקייטן פאר עפעס ווינטערדיגע וועטער. דער ערשטע קומט אן איבערנאכט מיט אביסעל לייכטע שניי אדער פלאריס, עס קען איבערלאזען א דינע שיכט ביז איין אינטש, ספעציעל פון די שטאט און אויך לעיקוואוד, ווייניגער אדער גארנישט אפסטעיט.

מארגן בלייבט מערסטענס פארוואלקענט, און א צווייטע שטורם קומט נענטער. די צווייטע ברענגט שוין מער שניי, אבער אזויפיל מאל דאס יאהר קומט מילדערע וועטער מיט די שטורם. מיט קאלטע לופט דא פאר די שטורם קען שנייען איבעראל און קלעבן פון דינסטאג פארטאגס. שפעטער דינסטאג צופרי וועט זיך די שניי טוישן צו אייז און רעגן אין שטאט, און מעגליך פון שניי צו אייז אפסטעיט. ווי עס זעהט יעצט אויס קען פאלן ארום איין אינטש אין לעיקוואוד, 2-4 אין שטאט, און 4-6 אפסטעיט. דעטאלן וועלן מיר קענען וויסן ווען עס קומט נענטער.

נאך די שטורם ווערט מילדער און טרוקען, מיט נאך א שטורם וואס ברענגט רעגן ענדע וואך.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☁️◀️🌨29
מאנטאג-🌥35
נאכט-☁️◀️❄️28
דינסטאג-❄️◀️☔️36
מיטוואך-🌤45
דאנערשטאג-🌤45
פרייטאג-☔️50
שבת-🌧52
זונטאג -🌤38

לעיקוואוד
היינט נאכט-❄️⛷29
מאנטאג-🌨35
נאכט-❄️◀️⛷30
דינסטאג-☔️44
מיטוואך-🌤45
דאנערשטאג-🌤47
פרייטאג-☔️52
שבת-🌧52
זונטאג -🌤38

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☁️◀️🌨?29
מאנטאג-🌥33
נאכט-☁️◀️❄️22
דינסטאג-❄️◀️⛷30
מיטוואך-🌤42
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-☔️43
שבת-🌧49
זונטאג -🌤34




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל