עס קומט רעגענדיגע און קיהלע וועטער פאר די קומענדיגע טאג-צוויי. היינט נאכט וועט רעגענען אין שטאט, אבער עס קען זיין קאלט גענוג פאר אביסעל אייז אדער פארפרוירענדיגע רעגן אין העכערע אפסטעיט, מעגליך אויך אין קרית יואל פאר עטליכע שעה.

מארגן ענדיגט זיך די רעגן צופרי, אבער עס בלייבט פארוואלקענט און א פרישע רונדע רעגן און שויערס זענען מעגליך דאנערשטאג נאכט און פרייטאג צופרי. פרייטאג קען ווערן ווארעם, בעפאר א שטארקע קאלטע פראנט קומט אדורך שפעט נאכמיטאג. פרייטאג צונאכטס און שבת וועט שוין זיין אסאך קעלטער.

קומענדיגע וואך הייבט זיך אן זוניג און קיהל זונטאג, אבער אפאר מעגליכקייטן פון מערסטענס רעגן (שטאט) אדער מערסטענס שניי (אפסטעיט) זענען מעגליך, איינס זונטאג נאכט, דערנאך דינסטאג און מיטוואך.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☔️38
דאנערשטאג-🌧◀️☁️47
נאכט-🌧45
פרייטאג-🌧◀️🌤56
צונאכטס-🌛💨25
שבת-🌤35
זונטאג -🌤38
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-❄️?☔️38
מיטוואך-❄️◀️☔️42

לעיקוואוד
היינט נאכט-☔️42
דאנערשטאג-🌧◀️☁️48
נאכט-🌧45
פרייטאג-🌧◀️🌤58
צונאכטס-🌛💨22
שבת-🌤35
זונטאג -🌤38
מאנטאג-🌤42
דינסטאג-❄️?☔️40
מיטוואך-❄️◀️☔️44

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☔️?⛷?32
דאנערשטאג-🌧◀️☁️46
נאכט-🌧42
פרייטאג-🌧◀️🌤52
צונאכטס-🌛💨20
שבת-🌤30
זונטאג -🌤35
מאנטאג-🌤35
דינסטאג-❄️?34
מיטוואך-❄️◀️☔️37




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל