א מערהייט פון רעפובליקאנער אין סענאט האבן נעכטן געשטימט 68-23 אויף א רעזאלוציע צו קלארשטעלן אז אייסיס אין סיריע און די טאליבאנער אין אפגאניסטאן זענען נאך אלס א דירעקטע געפאר קעגן די פאראייניגטע שטאטן. דער רעזאלוציע איז פארגעלייגט געווארן דורך דעם רעפובליקאנער פירער אין סענאט מיטש מעקאנעל, און קומט נאכדעם וואס די שפיאנאזש הויפטן האבן אויך אפגעווארפן דעם באהויפטונג פון טראמפ אז אייסיס איז מער נישט קיין געפאר אין סיריע. דער רעזאלוציע איז אייגענטליך אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון פילע דעמאקראטן וועלכע זאגן אז דאס רופט פאר אן ענדלאזע קריג אינעם מיטל מזרח.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל