לעכעצט איר פאר א פרישע טראמפ סקאנדאל? די הויז דעמאקראטן זענען דא פאר אייך...

א נייע קאנגרעסיאנאלע באריכט לויטעט אז די הויפט ווייסע הויז באאמטע האבן געשטופט פאר א פראיעקט צו מיטטיילן נוקלעאַרע קראפט טעכנאלאגיע מיט סאָודי אַראַביע, אפגעזעהן די קעגשאפט פון עטיקס און נאציאנאלע זיכערהייט באאמטע. די דעמאָקראַטיש-געפירט הויז איבערזוכט קאמיטע האט היינט געעפנט אַ אויספאָרשונג איבער דעם.

דער קאמיטע זאגט אז וויסל-בלאָוערס (אויסזאגערס) אין דער טראָמפּ אַדמיניסטראַציע האבן אויפגעברענגט זארגן איבער "אַבנאָרמאַלע אקטן" אין די ווייסע הויז צו שטיצן די פאָרשלאָג צו בויען צענדליגע נוקלעאַרע רעאַקטאָרס אין די מיטל מזרח קעניגרייך. די אויספאָרשונג קומט ווען געזעצגעבערס פון ביידע פּאַרטייען האָבן אויפגעברענגט זאָרג אַז סאָודי אַראַביע קען אַנטוויקלען נוקלעאַרע וואפן אויב די אמעריקאנער טעכנאָלאָגיע ווערט אהינגעברענגט אָהן די נויטיגע באַוואָרענישן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל