מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האָט צומישט די איראַנער און אַפילו די ווייסע הויז נעכטן מיט אַ הילכעדיגן רוף פאַר מדינת ישראל-אַראַבישע אקציעס קעגן די רעגירונג אין טעהראַן וואָס איז איבערגעזעצט געווארן דורך זיין אָפיס אלס א רוף פאר א "מלחמה מיט איראַן".

כאָטש וואס מדינת ישראל באַאַמטע האבן פרובירט צו פאַרווייכן די שפראך דורכ'ן טוישן די ענגלישע איבערזעצונג, פירט די פּראָוואָקאַטיווע קאמענטארן צו גלייבן אז די אויסגעשפראכענע רעכטע רעגירונג אין מדינת ישראל, צוזאמען מיט אירע סוני אראבישע שכינים - ווי אויך די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע - זענען אינטערעסירט אין נוצן מיליטערישע מיטלען צו אומווארפן די רעגירונג פון איראַן. עס קומט אין אַ דעליקאטע מינוט, ווען די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע נוצט אַ אמעריקאנער-געפירטע סאמיט אין ווארשע און דעם 40'סטע יאָרטאָג פון די איראַנער רעוואלוציע צו אויפהעצן די וועלט קעגן די רעגירונג אין טעהראַן.


באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל