אונגאַרן וועט עפענען אַ טרעיד אָפיס אין ירושלים וואָס וועט האָבן אפיציעלע "דיפּלאַמאַטישע סטאַטוס", האט די פּרעמיער מיניסטער פון די לאנד געמאלדן פאריגע דאנערשטאג בשעת אַ קורצע באַזוכן אין מדינת ישראל.

"איך האב נארוואס אינפאָרמירט די פּרעמיער מיניסטער אַז דער אונגערישע רעגירונג האט באַשלאָסן אַז מיר וועלן עפענען אַ האַנדל פאַרטרעטונג דאָ, וואָס וועט האָבן אַ דיפּלאַמאַטישע סטאַטוס, אַזוי וועלן מיר איצט אפיציעל זיין אויך אין ירושלים", האט פּרעמיער מיניסטער וויקטאָר אָורבאַן געזאגט, שטייענדיג נעבן פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו נאָכדעם וואס די צוויי פירער האבן אפגעהאלטן אַ באַגעגעניש אין די הויפטשטאט'ס קינג דעוויד האטעל.


באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל