קאַרלאָס סאַלים איז דער זיבעטע-רייכסטער מענטש אין די וועלט, מיט אַ געשאַצטע פאַרמעגן וואָס ציילט זיך איבער 70.5 ביליאָן דאָללער אויף די פאָרבס ליסטע.

קאַרלאָס סאַלים איז געבוירן געווארן יאַנוואַר 28, 1940. ער איז דער סי.אי.אָו. פון טעלמאַקס קאָמיוניקאַציע פירמע.

פון 2010 ביז 2013, איז מר. סאַלים געווען די רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, אָבער אַנדערע האָבן אים איבערגעשטיגן, און אין מערץ 2018 איז ער אָנגעקומען צום זיבעטען אויפן ליסטע.

קאַרלאָס איז אויך דער בעה"ב פון גראָפּאָו קאַרסאָו קאגלאמעראט (א מוטער קאָרפּאָראַציע מיט אַנדערע קאָרפאָראַציעס אונטער זיך).


באַשריבן דורך יושע לאווי צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל