א פּאַסאַזשיר וואס האט פרובירט צו היידזשעק'ן אַ פליגער פון בענגלאַדעש קיין דובאַי, איז דערשאסן געווארן טויט דורך בענגלאַדעשער ספּעציעלע קרעפטן. דער פארשוין, וואָס האט געסטראשעט אז ער האט אַ ביקס, איז גע'הרג'עט געווארן ווען זיכערהייט קרעפטן האבן געשטורעמט די פליגער נאָכדעם וואס עס האט געמאכט אַן עמורדזשענסי לאַנדונג אין טשיטאַגאָנג. אַלע 148 פּאַסאַזשירן און מאנשאפט וואס זענען געפלויגן מיט די "בימאַן בענגלאַדעש עירליינס" פלייט בי-דזשי-147, זענען אראפגעקומען אומגעשעדיגט.

עס איז נישט קלאָר פארוואס דער פארשוין האט פרובירט צו היידזשעק'ן די פליגער. א מיליטערישער באאמטע האט געזאגט אז דער מענטש, געגלויבט צו זיין 25 יאר אלט, איז ערשט פארוואונדעט געווארן ווען די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן, אָבער איז באַלד דערנאָך געשטארבן פון זיינע וואונדן. "מיר האבן אים פרובירט צו אַרעסטירן אָדער אים איבערצייגן זיך אונטערצוגעבן, אָבער ער האט אפגעזאגט און דאן האבן מיר דערשאסן", האט הויפט גענעראל מאָטיור ראַהמאַן דערציילט פאר רעפּאָרטערס.






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל