פאליציי האט ארעסטירט א בארא פארקער איינוואוינער, וועלכער האט - מיט די הילף פון א גאסן געזעמל - אפגעטראגן מיט זיין קאר נאכדעם וואס עס איז שוין געלעגן אויפ׳ן גאפל פון א פאליצייאישע שלעפער טראק, און די מאסן האבן דערביי פארשעמט און דערנידערט דעם פאליציאנט.

דער אינצידענט - עקסקלוסיוו געדעקט דורך אידישע נייעס - איז אפגעכאפט געווארן אויף ווידיא און פארשפרייט געווארן, און פאליצייאישע פירער האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט אדורכלאזן אזא געזעצלאזע הפקרות. פאליציי האט געזאגט אז דאס אוועקשלעפן דעם קאר קומט נאכדעם וואס לאקאלע עסקנים און קאמיוניטי באורד מעמבערס האבן פארלאנגט שטרענגערע אינפארסירונג ביי יענעם קארנער וויבאלד די דאבל פארקינג מאכט שווערע טראפיק פראבלעמען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל