די וואַטסעפּפּ מעסענזשער וועט באַגרעניצט פאר אלע באנוצער די ערלויבטע צאל מענטשן אדער גרופּעס מען קען פאראויסשיקן א מעסעדזש צו פינף, אין אַ פרווו צו באקעמפן "מיסאינפאָרמאַציע און רומאָרס", האבן פירמע עקזעקוטיוון היינט געזאגט.

"מיר שטעלן היינט ארויף אַ באַגרעניצונג פון פינף ערהאלטער איבער די גאנצע וועלט", האט געזאגט וויקטאָריע גרענד, וויצע פּרעזידענט פאַר פּאַליסי און קאָמוניקאַציע ביי וואַטסעפּפּ.

ביז יעצט, האט אַ וואַטסעפּפּ באַנוצער געקענט פאָראויסשיקן אַ מעסעדזש צו 20 מענטשן אָדער גרופּעס. די פינף-באַקומער מאַקסימום איז אויסגעברייטערט געוואן גלאָבאַל נאכדעם וואס וואַטסעפּפּ האט דאס ערשט איינגעפירט אין אינדיע אין יולי נאָכדעם וואס די פאַרשפּרייטן פון רומאָרס אויף סאשעל מידיאַ האט דארט געפירט צו מערדעריי און הענגעריי פרווון.

וואַטסעפּפּ, וואָס האט בערך 1.5 ביליאָן באנוצערס, ברובירט שוין פאר א וויילע צו טערפן וועגן צו אפהאַלטן אביוז פון די עפּפּ, נאכפאלגענדיג גלאָבאַלע זארגן אַז דער פּלאַטפאָרמע ווערט גענוצט צו פאַרשפּרייטן פאלשע נייעס, מאַניפּולירטע בילדער, ווידיאס אָן קאָנטעקסט, און אָודיאָ אנגעפילט מיט שקרים, אָהן קיין וועג נאכצוגיין זייער אָריגינאלע מקור אָדער וואו עס דערגרייכט אלץ.

די פאָרוואָרדינג באַגרעניצונג וועט זיין פעליג אויף סיי וועלכע שמועס, אַרייַנגערעכנט גרופּעס. מיט אַן מאַקסימום פון 256 מענטשן פּער גרופּע, וואָס שטעלט די טעאָרישע מאַקסימום נומער פון מענטשן וואס קענען באקומען א איינציגע מעסעדזש דורך פאָרווערדינג צו פינף גרופּעס ביי 1,280 מענטשן - אַראָפּ פון די 5,120 מענטשן ווען 20 פאָרוואָרדס זענען געווען ערלויבט.

וואַטסעפּפּ וועט אַרויסלאָזן אַ אָפּדעיט צו אַקטיווירן די נייע פאָרוואָרדס באַגרעניצונג, אנגעהויבן היינט מאנטאג. ענדרויד באַנוצערס ווען ערשט באַקומען די אָפּדעיט, נאָכפאָלגענדיג דורך באַנוצערס פון עפּל'ס איי-אָו-עס.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל