א האַקנקרייץ איז אנגעשפריצט געווארן אויף די שטיינערנע טאוול אין פאָרנט פון אַ רעפאָרם טעמפּל אין די דרום קאַליפאָרניע שטאָט ווענטוראַ.

די האַקנקרייץ איז אנדעקט געווארן פרייטאג ביי די טעמפּל בית תורה, וואָס האט איבער 300 מיטגליד פאמיליעס, לויט זייער וועבסייט. די שול איז אויך אַ היים צו אַ שולע פאר קליינע קינדער און די ווענטוראַ קאונטי אידישער קאָונסיל.

עס איז נישט באקאנט פּונקטליך ווען די וואַנדאַליזם איז פארגעקומען. די פאליציי פארשט די אינצידענט אלס א האסע פארברעך.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל