נעכטן האט א נאסא סאטעליט וואס שוועבט אין די דרויסנדיגע ספערע, צוריקגעשיקט בילדער פון די ווייטסטע אביעקט וואס מען האט נאר אמאל באוויזן צו אנקומען, ארום 4 ביליאן מייל אוועק פונעם ערד-קוגל, ביים סאמע עק פונעם "סאלער סיסטעם". וויסנשאפלער זאגן אז דאס איז א מאסיווע טריט פאראויס אינעם פעלד פון אסטראנאמיע. דער אביעקט איז א פארפרוירענע שטיק מאטריאל פון ארום 20 מייל ברייט, און מען ווארט אויף קלארערע בילדער צו קענען פעסטשטעלן וואס עס איז די מאטריאל וואס פארעמט דעם שטיין. דער סאטעליט איז ארויפגעשיקט געווארן אין 2006 אין א מיסיע צו פארשן דעם פלאטא פלאנעט און אירע פינף לבנה׳ס, און לויט ווי די פארשער אין נאסא זאגן האט זיך דער סוקסעס ארויסגעשטעלט צו זיין העכער אלע ערווארטונגען.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל