מעיאר ביל דעבלאזיא האט היינט ארויסגעלייגט א פרישע געזעץ וואס ער האט פארגעשלאגן פאר׳ן סיטי קאונסול וועלכע וועט פארפליכטן ניו יארקער ארבעטסגעבער צו געבן א מינימום פון צען טעג יערליך פון באצאלטע וואקאציע פאר אלע זייערע ארבעטער. אונטער דעם געזעץ וועט יעדע ארבעסטגעבער וועלכע פארמאגט מער פון 5 ארבעטער דארפן געבן פאר זייערע ארבעטער צען טעג פון באצאלטע ארבעטסטעג. דער מעיאר האט אונטערגעשטראכן אז אין כמעט יעדע אנדערע מערב וועלט לאנד דארפן ארבעטסגעבער באצאלן וואקאציע טעג פאר זייערע ארבעטער. דער געזעץ וועט עפעקטירן ארום א האלב מיליאן ארבעטער אין ניו יארק סיטי.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל