קאַליפאָרניע סענאַטאָר קאַמאַלאַ העריס האט היינט מאנטיג געמאלדן אַז זי וועט לויפן פאַר פּרעזידענט אין 2020, אנשליסענדיג זיך אין א צעשטופטע אנלויפעניש פון דעמאָקראַטן וואס זוכן אַרויסצושטויסן פרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ.

העריס' מעלדונג, געמאכט אויף עי.בי.סי.'ס "גוד מאָרנינג אַמעריקע" שאָו, פאָלגט נאך מאָנאַטן פון שפּעקולאַציעס אַרומנעמענדיג דעם דעמאָקראַט, אַ אויפגייענדע שטערן אין די פּאַרטיי וואס איז ערוויילט געווארן אלס סענאַטאָר פון קאַליפאָרניע אין 2016, נאך צוויי טערמינען אלס ​​אַטוירני דזשענעראַל פאר די סטעיט.

די פראוו פאַר פּרעזידענטשאפט שטעלט פאר א געלעגנהייט - אויב זי געווינט - צו ווערן דער ערשטער פרוי און די ערשטע נישט-ווייסע פרוי צו שטייגן צו דעם העכסטן פּאָזיציע פון די לאַנד.

ווייניגער ווי צוויי וואָכן צוריק, האט די 54 יעהריגע העריס געזאגט אז זי איז נאכנישט גרייט צו מאַכן אַ מעלדן וועגן אַ מעגליכע קאמפיין. דערווייל, האבן כאטש דריי ערנסטע קעגענערס דערקלערט זייער קאַנדידאַטור אָדער אינטערעסע צו לויפן, אַריינגערעכנט סענאַטאָר קירסטען דזשילבראַבראַנד פון ניו יארק, קאנגרעספרוי טולסי גאַבאַרד פון האַוואַאי, און געוועזענער האוזינג און אורבאַן דעוועלאָפּמענט סעקרעטאַר דזשוליאַן קאַסטראָ.

סענאַטאָר עליזאַבעט וואָרען פון מאַסאַטשוסעטס, איז שוין פריער אריינגעשפרינגן אין די פארמעסט, דורכ'ן פארמירן אַ פּרעזידענטליכע עקספּלאָראַטאָרי קאָמיטעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל