עי-טי-ענד-טי האט אפדעיט'ד דריי על-דזשי און סעמסאָנג טעלעפאנס אז זיי זאלן ווייזן אז זיי האבן די נייעסטע "5-דזשי" טעלעקאמיוניקאציע טעכנאלאגיע. די סעמסאָנג "גאלעקסי עס-8 עקטיוו", די על-דזשי "ווי-30" און די על-דזשי "ווי-40", ווייזן אז זיי באקומען די 5-דזשי דאטא שנעלקייט, אבער עס שטעלט זיך ארויס צו זיין גארנישט שנעלער ווי ביז יעצט! אייגענטליך שטייט אז זי האט "5-דזשי אי.", און די "אי" מיינט "עוואלוציע", ד.ה. א זאך וואס האלט זיך אינמיטן טוישן, א לאזונג וואס איז נישט אמת, אבער קען נישט אפגעפרעגט ווערן...

עי-טי-ענד-טי האט אייגענטליך מודה געווען אז זייער 5-דזשי איז גארנישט מער ווי 4-דזשי מיט א נייע נאמען...

די אפאנענטן שווייגן נישט איבער די שווינדל, און ווערייזאן האט נעכטן ארויסגעשטעלט א בריוו ווי זי גיבט א שווערע מוסר פארציע, אהן אנרופן עי-טי-ענד-טי ביים נאמען: "די ווייערלעס אינסדוסטריע דארף זיך איינהאלטן די תאוות פון מגזם זיין איבער די 5-דזשי טעכנאלאגיע". און טי. מאביל - באוואוסט מיט זייער אויסגעשפראכנקייט - האט ארויסגעגעבן א ווידיא וואס ווייזט וויאזוי צו באקומען 9-דזשי... בכלל האבן טעק נאכפאלגער געמאכט מטעמים, און א פאפולערע העשטעג #Fake5G האט איבערגענומען די סאשעל מידיא.

עי-טי-ענד-טי ווייזט "5-דזשי אי."

9-דזשי...

פונקליכע אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען 9-דזשי...

באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל