איבער׳ן לאנד ווערט שטארק נאכגעפאלגט די אנטוויקלונגען ארום דעם פראצעס פון מייקל פלין, נאכדעם וואס נעכטן האט דער שטאב פון פראקורארן אונטער די פירעשאפט פון ראבערט מולער ארויסגעגעבן עטוואס מער אינפארמאציע איבער די אויספארשונג וועלכע האט געפירט צו די באשולדיגונג קעגן דעם געוועזענעם נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער מייקל פלין. אין די דאקומענטן וואס זענען פארעפנטליכט געווארן, זעהט מען אז ער האט ליגנט געזאגט אין זיין אויספארשונג איבער באגעגענישן וואס ער האט אפגעהאלטן מיט׳ן רוסישן אמבאסאדער קיזליאק, און איבער די פאקט אז ער האט געדינט אלס לאביאיסט פאר די טערקישער רעגירונג. די אדוואקאטן פון פלין פארלאנגען א גרינגערע שטראף וויבאלד ער האט געהאלפן דעם אויספארשונג, און ווי עס שיינט ווארט אים אפ א מאקסימום פון זעקס חדשים. היינט איז פארגעקומען א דראמאטישע געריכטליכע פארהער און דער ריכטער האט איבעראשט ביידע זייט ווען ער האט אפגעשטופט דעם אורטייל ביז קומענדיגע מערץ ווען ער וועט אפהאלטן נאך א פארהער.
די ריכטער סאַליוואַן האָט געזאָגט צו פלין, אַז דינען אלס אַ אומרעגיסטרירטער אַגענט פאר אַ פרעמדע לאַנד, אין די צייט וואס ער האט געדינט אלס דער נאַציאַנאַלן זיכערהייט ראַטגעבער, מיינט אז "דו האסט פארקויפט דיין לאַנד!", דער ריכטער האט גיזאגט אז ער קען נישט באַהאַלטן זיין "עקל" איבער דעם. פלין און זיינע אדוואקאטן זענען געבליבן געשטוינט איבער די שארפע רייד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה