א ברוטאַלער גנב האט צעקלאפט א מענטש ביז'ן אים אריינלייגן אין א קאָומא רח"ל אויף אַ גאס אין די בראָנקס, שלאגענדיג אים אזוי שטארק אז זיין ווייסע סניקערס איז געווארן אדורכווייקט מיט בלוט, האבן די פּאָליציי געזאגט מאנטאג.

די פּאָליציי האט ארויסגעגיבן א ווידיא פון די זונטאג צופרי אַטאַקע, און בעט די הילף פון די פובליקום צו העלפן געפונען דעם גרויזאַמער קרימינאל.

דער 38-יעהריגער באטראפענער, אַ טראַטשעאָטאָמי פּאַציענט (איינער וואס האט א אפענע שניט ביים האלז צו העלפן אטעמען), האט פארלוירן זיין בערזל זונטאג פארטאגס פאָרנט פון אַ סופּערמאַרקעט אויף וועסט 183'סטן סטריט און אַקוועדאקט עוועניו, אין אוניווערסיטי הייטס.

"זיין פריינט אין אַ ווען האט אים דארט אראפגעלייגט. ער איז געקומען פון אַ פּאַרטי און געווען גוט אנגעטרונקען.", האט דערציילט באַשיר אַלאַבדי, א 19 יעהריגער וואס פירט זיין טאַטע'ס געשעפט דריי געביידעס אוועק פון די סופּערמאַרקעט.

רעגן איז געפאלן אויף ביידע מענטשן, דער גנב האט גערעדט צו דעם באטראפענער און אים איבערגעגיבן עפעס וואס האט אויסגעזעהן צו זיין אַ בערזל - און דאן פארלאנגט אַז דעם באטראפענער זאל אים גיבן די רינגלעך אויף זיין פינגער, האט די פּאָליציי געזאגט.

ער האט א זעץ געגיבן דעם מענטשן אין די פּנים, שיקענדיג אים צו פאלן צוריק צו אַ פּאַרקירטע טרעקל. די גזלן האט ווייטער געזעצט און געשטויסן, ארייגערעכנט אין זיין קאפ, פון דעם מענטש וואס האט זיך געמוטשעט צו שטיין גראד. די מענטש איז דאן צוזאמגעפאלן אראפ אויף דעם טראָטואַר, און די חיה האט דאן אראפגענומען עפעס וואָס קוקט אויס ווי העדפאָונס פון אים, און וויטער געקלאפט און געשטויסן.

"איך האב געעפנט די טיר און דער פארשוין איז געווען איבער יענעם זעצנדיג אים אין די פּנים. ער איז געווען באדעקט אין בלוט, "האט אַלאַבדי דערציילט.

די ווידיא ווייזט די חיה אַוועקגיין פון די סצענע, די סניקער אויף זיין לינקס פיס אנגעשפריצט מיט בלוט.

מינוטן שפּעטער, איז דער יונג צוריקגעקומען צו אפנעמען זיין הוט וואָס איז אראפגעפאלן במשך די אַטאַקע. ער האט אויפגעהויבן זיין היטל, געגיבן נאך א שטויס פאר דעם מענטש און אוועקשפאצירט.

"קיינער האט גארנישט געטוהן. ער איז געלעגן דאָרט פאַר בערך 10 מינוט, "האט אַלאַדדי געזאגט. "איך בין געווען דער וואָס האט גערופן די פּאָליציי".

דער באטראפענער מענטש, וואס דארף אַ נייע טראַטשעאָטאָמי נאָך די ווילדע אטאקע, האט געליטן בלוטונג אין זין מוח ל"ע און פארבלייבט נעבעך אין א קאומא.

אַלאַבי זאגט אז דער באטראפענער איז אַ רעגולער קאסטומער פון זין פאמיליע'ס דעלי. "ער האט נאָרוואס גע'גנב'ט אַ ביר פון אונז, אָבער ער איז אַ רעגולער קונה, האבן מיר אים געלאָזט גיין", האט ער געזאגט.

די פּאָליציי זאגט אז דער אַטאַקירער איז ספּאַניש, הויך 5-פיס און 7 אינטשעס און וועגט 160 פונט. ער טראָגן אַ גרוי בעיסבאָל קעפּ, אַ רויטע מאַנטל מיט אַ פוטער-ליינד "הודי", אַ גרויע סוועטסוט און ווייסע סניקערס.











קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל