נעכטן פארנאכטס האט אויסגעקוקט ווי דער רעגירונג-פארשליסונג סומאטוכע וואס האט געדארפט פאסירן פרייטאג צונאכטס איז פאריבער, ווען סענאט האט געשטימט צו באשטעטיגן א פרישע ביל אהן די 5 ביליאן דאלער וואס טראמפ האט געבעטן פאר דער גרעניץ וואנט מיט מעקסיקא. אבער היינט דאנערשטאג פארמיטאג האט טראמפ געטוישט זיין מיינונג, און פריש סיגנאליזירט אז אויב די געלט פאר'ן וואנט ווערט נישט באשטעטיגט, וועט פארקומען א שאטדאון, נאכדעם וואס אנקעטעס האבן געוויזן אז מער אמעריקאנער שטיצן א רעגירונגס פארשליסונג איבער א גרעניץ וואנט.

בלויז דריי טעג נאכ'ן אראפרייסן דעמאקראטן פאר'ן זאגן אז עס איז מעגליך צו האבן גרעניץ-זיכערהייט אהן קיין וואנט, האט דער פרעזידענט געטוויט היינט צופרי אז די רעדע איבער די וואנט, מאכט אז מענטשן זאלן פארגעסן איבער די געוואלדיגע ארבעט וואס ווערט געטוהן ביי דער דרום גרעניץ דורך די אמעריקאנער גרעניץ-וואך און דורך די מיליטער.

אבער געציילטע שעות שפעטער האט דער פרעזידענט ווידעראמאל פארלאנגט אז געלט פאר די וואנט זאל ווערן אריינגעלייגט אין א רעגירונגס אויסגאבן ביל.

אין א טוויט הארט פאר 11 אזייגער פארמיטאג, האט דער פרעזידענט געשריבן אז ווען ער האט אונטערגעשריבן דעם גרויסן ביל (מיינענדיג פאריאר), איז ער צוגעזאגט געווארן צו באקומען א וואנט און גרעניץ זיכערהיייט. דאס איז אבער נישט געשעהן.

דערנאך האט טראמפ געשריבן אז "מיר טוען נארישערהייט זיך שלאגן פאר די גרעניצן פון אנדערע לענדער, אבער נישט פאר אונזער באליבטער יו-עס-עי. דאס איז נישט גוט.

און א סטעיטמענט ארויסגעגעבן דורך די ווייסע הויז קורצליך נאך דעם פרעזידענט'ס טוויטס, האט די ווייסע הויז געשריבן אז "דער פרעזידענט וויל נישט גיין ווייטער אהן גרעניץ-זיכערהייט, וואס רעכנט אריין שטאלענע גראטעס אדער א וואנט".

דערווייל איז ווייטער פארהאן א מעגליכקייט פון א שאטדאון, און פאול רייען האט נארוואס געמאלדן אז טראמפ האט אים קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט אונטערשרייבן דעם שפענדינג ביל.

אין אנדערע נייעס, האבן שטיצער פון טראמפ'ס גרעניץ וואנט געמאכט א "גאו פאנד מי" קאמפיין, אין וועלכע עס איז זיי געלונגען אויפצוטרייבן גאנצע 6 און א האלב מיליאן דאלאר פאר דער גרעניץ וואנט מיט דער ציהל אנצוקומען צו א ביליאן דאלאר. פון די אנדערע זייט האבן קעגנער פון טראמפ אויפגעטריבן גאנצע 21,000 טויזענט דאלער פאר ספעציעלע לייטער, אז אימיגראנטן זאלן קענען אריבערקריכן די 20 פיסיגע גרעניץ וואַנט מיט דער ציהל אנצוקומען צו 100 מיליאן דאלאר...




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל