מיאַמי פאליציי דעפארטמענט סאַרדזשענט ראָבערטאָ דעסטעפאַן האט געהאלטן אַ האלצענע קעסטל איינגקריצט מיט אַ מגן דוד. עס איז דער באוואוסטער אידישע סימבאָל איבער די וועלט.

דעסטעפאַן האט עס אריינגעווארפן אין אַ פּיקאַפּ טראָק, ווען ער שרייט אויס געמיינע ווערטער דעריבער. ער האט אויך אזוי באהאנדלט אַ ספר תנ"ך.

ווי נאר די ווידיא איז אויפגעשווימען, האט די פאליציי געעפנט א אויספארשונג, און ארויסגעיבן א פרעסע סטעיטמענט אז דער אפיציר איז דערווייל סוספּענדירט.



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל