אַ קווינסער פּאַרשוין איז פאַרשפּאַרט נאָכדעם וואָס ער איז נאָכגעלאָפן אַ עלף יעהריגער מיידל און פּרובירט איר צו אַריינצווינגען אין זיין קאָר איידער אַ בייוואוינער האָט זיך אַריינגעמישט.

עס האָט פּאַסירט בערך 7:50 שבת צופרי, ווען דאָס קינד איז געגאַנגען נעבן סענטער סטריט און סענעקאַ עוועניו אין רידזשוואָוד, ווען רעלין עסטראַדאַ, אַ 40 יעהריגער רעגיסטרירטער שטאַפּל-איינס שענדונגער, איז צוגעקומען צו איר און געכאַפּט איר הענט און אָנגעהויבן איר אַריינשטופן אין זיין קאַר.

עטליכע מענטשן האָבן געהערט אירע שרייען און עדווין גאַנזאַליז האָט אים אָפּגעקעמפּט מיט אַ שטעקן, ביז די פּאָליציי איז אָנגעקומען צום סצענע.

די מיידל האָט גערופן די פּאָליציי דורכ'ן דרוקן פינף מאל אויף איר אייפאָון, נוצענדיג די עמורדזשענסי עס.או.עס. סיסטעם.

עסטראַדאַ איז אָנגעקלאָגט געוואָרן מיט עטליכע קלאַגעס. ער איז שוין אַרעסטירט געוואָרן דרייצן מאָל זינט 2001 פאַר ענליכע און אַנדערע פאַרברעכן.



באַריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל