א צונאַמי ווארענונג איז ארויסגעגעבן געווארן נאָך אַ מאַסיווע 7.6 מאַגניטוד ערדציטערניש אין די פּאַסיפישע אקעאן נעבן אַוסטראַליאַ'ס מזרח ברעג.

די פּאַסיפישע צונאַמי ווארענונג צענטער האט געזאגט אז צונאַמי כוואליעס קענען שלאָגן געגנטער נאָענט צו די פראנצויזיש טעריטאָריע פון ניו קאַלעדאָניע, בערך 870 מייל פון אויסטראַליע'ס ברעג.

די 6 מייל טיפע אענטער-וואסער ציטערניש האט געשאקלט בערך 4 מיטוואך פארטאגס, כמעט 100 מייל דרום-מזרח פון די לויעלטי איילענדס נעבן ניו קאַלעדאָניע'ס מזרח ברעג.

"צונאַמי כוואליעס גרייגענדיג 3-10 פיס העכער די וואסערפלוס שטאפל זענען מעגליך ביי עטליכע ברעגעס פון ניו קאַלעדאָניע און וואַנועטו", האט די פּאַסיפישע צונאַמי ווארענונג צענטער געזאגט.

עס איז נישט פארהאן קיין צונאַמי געפאר צו ניו זילאַנד, לויט די ניו זילאַנד סיוויל דיפענס.

עס זענען נישט באלד געווען קיין מעלדונגען פון שאדן, פארוואונדעטע אָדער פארלוסטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל