א עלטערע 92 יעריעגער איד איז טראגיש אומגעקומען נאכן ווערן אראפגעלאפט פארנט פון זיין שטוב אין ארעגאן.

דער איד ר' אלטער ווינער ע''ה א מלחמה איבערלעבער, האט דורכאויס די יארן ארויסגעגעבן א בוך ווי ער האט געשילדערט זיינע מימאכענישן ביים קריג, אזוי אויך האט ער געמאכט איבער טויזנט אויפטרעטונגען ביי שולעס און אונווערסיטעטן איבער גאנץ אמעריקע, צו פארציילן פאר די סטודענטן איבער די שרעקליכע ליידן וואס אידן זענען אדורך ביים צווייטן וועלט קריג, זיין לעצטע עפנטליכע אויפטריט איז פארגעקומען נישט מער ווי צוויי חדשים צוריק, ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי די סטעיט סענאט אין ארעגאן צו פארלאנגען אז מען זאל אנשטעלן לעקציעס איבער די האלאקאוסט אין לאקאלע שולעס.

דער עקסידענט האט פאסירט מיטוואך און די דאקטוירים האבן פאר א טאג שווער געארבעט צו ראטעוווען זיין לעבן, ער האט אבער נעכטן אויסגעהויכט די נשמה.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל