צפון קארעא האט היינט דאנערשטאג געזאגט אז זי וועט קיינמאָל אויפגעבן איינזייטיג אירע נוקלעאַרע וואָפן אויסער אויב די פאַראייניגטע שטאַטן וועט ערשט באזייטיגט וואָס קים יאָנג אָן האט אנגערופן אַ "נוקלעאַר סכנה". די איבערראשענדע טראציגע דערקלערונג צומישט סעאָול'ס וואוילערע פּאָזיציע וואס זי האט ביז יעצט אהערגעשטעלט, און קען אויפשאָקלען די שוואַכע דיפלאמאטישע פארבינדונג און פריוו צו אנטוואפענען א נוקלעאַרע קריזיס וואס האט פאריגע יאהר געברענגט שרעק פאר אַ פולע נוקלעאַר קריג.

די לעצטע פון צפון קארעא קומט ווען אמעריקע און צפון קארעא אמפערן זיך איבער די סדר פון די אפגעשמועסטע דענוקלעאַרעזאציע וואס וואַשינגטאָן וויל און די באַזייטיגונג פון אינטערנאַציאָנאַלער סאנקציעס געזוכט דורך פּיאָנגיאַנג. די דערקלערונג האט אויך געהויבן באגלויבטקייט פראבלעמען פאַר די צפון קאָרעא רעגירונג, וואָס טענה'ט אַז איר פירער קים יאָנג אָן איז ערנסט אינטערעסירט אין פארהאנדלען איבער'ן אוועקגעבן זיינע נוקלעאַרע וואָפן דורך דיאַלאָג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל