דער נאַציאָנאַלער רעפובליקאנער קאנגרעסיאָנאַלע קאַמיטע האט היינט דינסטאג ארויסגעגעבן אז זי האט געליטן אַ מעכטיגע סייבער אַטאַקע במשך די 2018 מידטורם וואַלן.

"די ען.אר.סי.סי. קען באַשטעטיגן אַז זי איז געווען א קרבן פון אַ סייבער איינבראך דורך אַ אומבאַקאַנטע מקור," האט א ווארטזאגער פון די קאמיטע געזאגט צו פאַקס ניוז. "די סייבער סעקיוריטי פון די קאמיטע'ס אינפארמאציע איז זייער וויכטיג, און נאָכ'ן זיך דערוויסן פון די העק, האט די ען.אר.סי.סי. גלייך געעפנט א אינערליכע אויספאָרשונג און געמאלדן פאר די עף.בי.איי., וואָס פארשט איצט דעם אינצידענט".

פּאָליטיקאָ האָט ערשט געמאלדן אַז די ען.אר.סי.סי. האט געליטן א סייבער אטאקע נאך אינמיטן די מידטורמס, טענה'נדיג אז די אימעיל קאנטעס פון פיר הויכע באאמטע זענען קאָמפּראָמיזירט געווארן פאר לאנדע מאנאטן, און אז די רעפובליקאנער גלייבן אז דאס איז דורכגעפירט געווארן דורך אויסלענדישע אגענטן. פּאָליטיקאָ האט אויף באריכטעט אַז די רעפובליקאנער פירערשאַפט, אַריינגערעכנט קאנגרעס ספּיקער פאול רייען, הויז מאַיאַריטעט פירער קעווין מעקאַרטי און מאַיאַריטעט וויפּ סטיוו סקאלייס איז נישט אינפאָרמירט געווארן פון די אטאקע ביז די נייעס אגענטורן האבן אנגעהויבן באריכטן דעם אינצידענט.

דאס קומט נאָך וואס א הויכע-פּראָפיל העק אין די דעמאָקראַטישע קאמפיין קאמיטע און אנדערע באַוואוסטע דעמאָקראַטן וואס האבן זיך צוגעשטעלט מיט הילערי קלינטאן במשך די 2016 פּרעזידענטליכע וואַלן. אבער אַנדערש פון די אלע אינצידענטן, גלייבן די רעפובליקאנער אז קיין שום גע'העק'טע אינפארמאציע איז ארויסגערינען צו די פובליקום.

איידער די וואלן, האט טראָמפּ אויסגעדריקט זארג איבער די מעגלעכקייט פון רוסלאנד זיך אריינצומישן אין די מידטערם וואלן. ספּעציעלער פראָקוראָר ראַבערט מוללער קלאגט רוסיש אגענטן פאַר'ן ציהלן די קלינטאן קאמפיין און די דעמאָקראַטישע פארטיי במשך די 2016 וואַלן אין אַ מיה צו העלפן טראמפּ.

נאך די אריינבראך אין די דעמאקראטישע סיסטעם, האט טראמפ געזאגט (זעה ווידיא) אז "זיי (די רוסן) האבן דאס (גע'העק'ד) געטוהן אין די צייט פון די אבאמא אַדמיניסטראציע, און איך האב געהערט אז מענטשן האבן אויך פרובירט צו העק'ן די ראפובליקאנער, אָבער מיר האבן א פיל בעסערע פארטיידיגונגס, דערפאר קענען זיי נישט. איך האלט די דעמאקראטן דארפן זיך שעמען פאר'ן דאס צולאזן"...

די ען.אר.סי.סי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל