די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת ויחי תשע"ט
די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת ויחי תשע"ט

אשת רובאשקין כרובאשקין: וואו האבן די רובאשקינס אנגעהויבן אלס שלוחים? וואס זענען געווען די צרות פון די רובאשקינס נאך איידער דעם איבערפאל? וואו איז מרת רובאשקין געווען מיט איר זון בשעת'ן איבערפאל? וואס האט דער עף-בי-איי אגענט פארדעכטיגט די מזוזה? וועלכע ספר און ביכל האט מחזק געווען מרת רובאשקין? האט טאקע מרת רובאשקין געהאט זיין הוט און רעקל אין קאר? ווען איז געווען דער שווערסטער טאג? וואס האט פאסירט מיט איר סעלפאן נאכ'ן הערן די בשורה? וואס איז געווען דער סוד אונטער דעם מאנסי באס? וואס ליגט אונטער די עפנטליכע סעודת הודאה? — א העכסט רירנדן און אינפארמאטיוון שמועס מיט די אשה חילה וחשובה מרת רובאשקין שתחי׳

*

איך האב געטראכט פון סאמעט בייטאג און ביינאכט, איך האב געהאט בייזע חלומות און קאשמארן אהין און צוריק! — מיט די אויגן געוואנדן צום הימל אז דער לאנג-ערווארטעטער "פּריזן רעפארם ביל" זאל דורכגיין לטובת אחב״י יושבי חושך וצלמות שילדערט הרב שאול קליין זיין רירנדער באזוך אין טורמע צעל פון הרה"ח ר' מרדכי יצחק בן פייגא יהודית סאמעט

*

הצדיק אבד: כ״ק אדמו״ר הגה״צ רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל מקאשוי --- ערשטער חסידישער כולל "ר' וואלפ'ס כולל" אין סטעטן איילענד, א מיילשטיין פאר דעם נייעם ישוב --- אלעס וואס איר האט געוואלט וויסן איבער דעם "דזשול" ציגארעטל --- הרב שלום יעקב וואזנער: מיין מאדנע באשעפעניש --- הרב שבתי פריעד: פון א מלמד ביז א שרייבער ביז א מקוה איד --- וואודרידזשער רב׳ס באזוך אין ארץ ישראל --- צווייטער טייל: דאס געיעג צום קוטב הדרומי --- און נאך

1 תגובות

  1. וועט דער ביל דען העלפן סאמעט אים צו באפרייען? לאמיר האפן אז יא!

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל