נעכטן זענען פארגעקומען העפטיגע שלאכטן צווישן אייסיס טעראריסטן און קורדישע קעמפער, אינעם שטאט כאדזשין אין סיריע ביים גרעניץ מיט איראק. דער בריטישער ״אבזארוועטארי פאר מענטשן רעכט אין סיריע״ האט געזאגט, אז בלויז נעכטן אליין זענען איבער טויזנט פאמיליעס פארטריבן געווארן פון זייערע היימען צוליב די שלאכטן. אזוי אויך אינעם דערנעבנדיגן שטאט דיר-אזיז האט אייסיס געעפנט א קאנטער-אטאקע קעגן די קורדישע קעמפער. א ווארטזאגער פאר די קורדישע ארמיי האט געזאגט אז "אייסיס איז געמוטיגע געווארן פון דעם מעלדונג פון פרעזידענט טראמפ און איז געווארן מער אגרעסיוו", און ווידער אפגעווארפן דעם פרעזידענט׳ס באהויפטונג אז אייסיס איז באזיגט געווארן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל