אהייא – א 21 יעריגער פארשוין און 23 יעריגער פרוי זענען ארעסטירט געווארן נעכטן, און זיי ווערן געקלאגט פאר'ן פלאנירן א טעראר אטאקע אויף א שיסעריי אינעם ראיאן פון טאלעדא, אהייא. בחסדי ה' זענען פעדעראלע אגענטן דערגאנגען אויף זייערע פלענער נאך איידער זיי האבן געקענט נעמען פאקטישע שריט.
דער מאן דעימאן דזשאָוסעף האט געזאגט פאר עף-בי-איי אינפארמאנטן, אז ער וויל דורכפירן די אטאקע אין שטיצע פון אייסיס, און ער האט זיי אויך געזאגט אז ער איז אינספירירט געווארן דורכ'ן פארשוין וואס האט דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי אויפ'ן "עץ חיים" טעמפל אין פיטסבורג, מיט 11 אומגעקומענע אידן הי"ד.
עליזאַבעט לעקראָן איז אנגעקלאגט געווארן פאר'ן פירן אויפרייס מאטעריאל מיט'ן פלאן צו שעדיגן אנדערע.
מיט עטליכע וואכן צוריק האט דזשאָוסעף געשיקט פאר איינעם פון די אינפארמאנטן א ליסטע פון צוויי שוהלן וואו ער וויל דורכפירן זיין אטאקע, און ער האט געבעטן יענער זאל אים צושטעלן וואפנס, מיינענדיג אז יענער איז עמיצער וואס איז אויך אן אייסיס שטיצער. דער אינפארמאנט האט אים געברענגט וואפנס, און אויפ'ן ארט אים ארעסטירט.
די אידישע געמיינדע אין אהייא האט אויסגעדרוקט גרויס דאנקבארקייט פאר די עף-בי-איי פאר'ן פארמיידן די אטאקע באצייטנס. דזשאוסעף איז נעכטן געברענגט געווארן אין געריכט, וואו פראקורארן האבן קלארגעשטעלט אז ער שטייט אויס צוואנציג יאר טורמע, אויב ווערט ער געפינען שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים.

דעימאן דזשאָוסעף
הוסף רשומת תגובה