אין א אינטערסאנטע אנטוויקלונג אין דער קעיס פון דער מעקסיקאנער דראג-לארד על-טשאפאו-גוזמאן, וועלכער איז אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע בערך א יאר צוריק און זיצט הייינט אין א טורמע אין ניו יארק, האבן די דזשארערס אויף די קעיס געהאט א געלעגענהייט אויסצוהערן א געהיימער טעלעפאון געשפרעך וואס איז פארגעקומען אין 2010, ווי דער דראג-לארד פארהאנדלט איבער אפקויפן זעקס טאן קאוקעין דראגס פון דער פארק גערילע ארגענעזאיע פון קאלאמביע.

איך בין צופרידן אז איר גיט אונז דער געלעגענהייט אן זיך טרעפן פערזענליך און איך בין זייער ערנסט הערט מען ווי על-טשפאו זאגט פאר דעם פארק רעבעל.

כאטשיג מען הערט נישט דעם ווארט ''דראגס'' דורכאויס דעם גאנצן געשפרעך הערט מען אבער זייער קלאר ווי על-טשאפא זאגט אז ער איז גרייט צו באצאלן צוויי מיליאן דאלער קעש פאר די ערשטע צווויי טאן, פון וועלכע צוויי טאן מען רעדט ווערט נישט דערמאנט אין דער געשפרעך, עס איז אבער זייער קלאר אז זיי האבן נישט גערעדט פון א מקח פון אוגערקעס אדער טאמאטעס.

דער 61 יעריגער גוזמאן איז ערווארטעט צו באקומען לעבנסלענגליכע טורמע אויף צענדליגער קלאגעס פון דראג שמוגלערייען, און געלט וואשן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל