די רעפרעזענטאטן הויז האט דאנערשטאג נאַכט געשטימט צו באשטעטיגן אַ צייטווייליגע שפּענדינג ביל וואס נעמט אריין $5,700,000,000 אין פאָנדינג פאַר אַ מעקסיקא גרעניץ וואַנט, ברענגענדיג די לאַנד נענטער צו אַ פּאַרטיייש רעגירונג שאַטדאַון.

די רעפובליקאנער-קאַנטראָולרטע הויז האט באַשטעטיגט  די ביל דורך אַ שטימע פון 217-185, צעטיילט לויט פּאַרטיי ליניעס.

די הויז ביל וועט איצט געשיקט ווערן צו די סענאט, ווו עס וועט דאַרפן אנקומען צו דעמאָקראַטישע שטיצע און וועט ווארשיינליך נישט אדורכגיין. רעגירונג פאַנדינג פאַר עטליכע אפטיילונגען וועלן אויסגיין פרייטאג ביינאכט אָן אַ לייזונג, און וועט פירן צו אַ שאָטדאַון.

די שטימען קומען נאָכדעם וואס פרעזידענט טראמף האט היינט געזאָגט אַז ער וועט קאטעגאריש אפזאגן אַ שפּענדינג ביל וואָס קומט נישט מיט פאנדינג פאַר אַ מויער אויף די מעקסיקאנער גרענעץ.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל