דער ניו יארקער נייעס הויפטקווארטיר פון סי-ען-ען איז עוואקואירט געווארן אינמיטן א לעבעדיגע פראגראם נאכדעם וואס עמיצער האט אריינגערופן סטראשענדיג אז עס איז פארהאן א באמבע אין די געביידע.

דאס איז די צווייטע מאל אין די פארגאנגענע צוויי חדשים וואס מען האט געדארפט עוואקואירן דער געביידע, נאכדעם וואס בערך צוויי חדשים צוריק האט סי-ען-ען ערהאלטן א פארדעכטיגטן פעקל אויף די פאסט.

לויט א סטעיטמענט פון די ניו יארקער פאליציי איז א באמבע סטראשע רוף, ערהאלטן געווארן 10:07 אויפדערנאכט אין דער טיים-ווארנער צענטער, דער געביידע אין וועלכן סי-ען-ען איז קווארטירט. פאליציי האט דערנאך עוועקואירט דער גאנצער געביידע מיט די ארומיגע געשעפטן, און נאנט צו צוועלעף אזייגער אויפדערנאכט, האט די פאליציי געמאלדן אז דער פלאץ איז פארזיכערט.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל