נייע וויליאמסבורג - צו מאכן א חתונה אין א ישיבה זאל איז שוין היינט ב"ה נישט קיין חידוש, ווייל עס איז שוין געווען אמאל, און נעכטן נאכט האט דעם זעלבער מחותן הר"ר משה אריה שניטצלער נאכאמאל דארט געפייערט די שמחת נישואין פון זיין טאכטער חנה, מיט איר חתן בנציון אשר ב"ר שמחה יאקאבאוויטש.

די חתונה איז געפראוועט געווארן מיט די ווארעמע און אפענע גייסט פון די ברסלב'ע מנהג, אויף א שטייגער אז די מחותנים זאלן נישט דארפן אויסבלוטיגן פון געלט צוליב די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן קינדער שלעפן אריין אין פאנטאסטישע סומעס געלט, אין צוגאב צו די הוצאות וואס זענען שוין איבער גענוג מיט אויסרישן די פארפאלק, צאלן רענט עטליכע מאנאטן בעפאר, און אזוי ווייטער.

פיל איז שוין גערעדט געווארן איבער דעם ברענענדיגן פראבלעם פון די הויכע קאסטן פון חתונה מאכן און פול איז שוין געטוהן געווארן, אבער נאך א בראווע יונגע פאר-פאלק האבן באשלאסן צו שטעלן א פערזענליכע מוסטער און גענומען א באשלוס צו אפרעכטן זייער חתונה אויף די באשיידנסטע אופן וואס איז שייך.








באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל